צום ערשטן מאל אין די בריטישע היסטאריע, האבן פארלאמענט מיטגלידער פון לאנדאן, מאנטשעסטער, געיטסהעד, וועסטקליף און אנדערע שטעט וואו עס געפינען זיך חרדישע קהילות, זיך געטראפן אינעם "האוז אף קאמאנס" מיט חרדישע עסקנים פון איבערן גאנצן לאנד, ביי א וויכטיגע
זיצונג וואס איז ארגאניזירט געווארן דורך די "אינטערלינק" ארגאניזאציע.
די עסקנים האבן אויפגעברענגט א רייע דרינגענדע קהילה-ענינים, אריינגערעכנט די מעגליכקייט פאר "הצלה" וואלונטירן צו קענען נוצן בלויע לייטס און סיירענס ווען זיי פארן צו עמערדזשענסי קאלס, א זאך וואס לויט די היינטיגע רעגולאציעס איז בלויז ערלויבט פאר NHS
רעספאנדערס. ווי אויך איז אויפגעברענגט געווארן די נושא פון רעגירונג-פאנדינג פאר שומרים; ביז היינט באקומט בעיקר די נישט היימישע CST ארגאניזאציע רעגירונג-פאנדינג, בעת וואס שומרים האבן נישט געהאט קיין צוטריט דערצו. די פארלאמענט-מיטגלידער האבן זיך
פארפליכטעט ווייטער צו ארבעטן מיט דער רעגירונג, כדי צו זען וויאזוי שומרים זאל אויך קענען באקומען די נויטיגע פאנדינג.
צווישן די אנדערע ענינים וואס זענען אויפגעברענגט געווארן, איז געווען דער שרעקליכער בזיון המת וואס קומט פאר כסדר אין לאנדאן, און די שוועריגקייטן וואס דער טרויעריג-בארימטער קאראנער האט שוין אזוי אפט פאראורזאכט פאר אידישע משפחות. איינע פון די עצות
וואס איז פארגעשלאגן געווארן, איז איינצושטעלן אן "אאוט-אוו-אווערס סערוויס", כדי אז ווען עס מאכט זיך א פראבלעם ביינאכט אדער איבער א וויקענד, זאל מען זיך קענען ווענדן צו אן אנדערן קאראנער אין א צווייטן געגנט וואס זאל קענען באהאנדלען דעם פאל.
דער הויפט נושא וואס איז אויפגעברענגט געווארן איז געווען די שרעקליכע גזירות החינוך וואס בוזשעוועט לעצטנס, ווען די רעגירונג פרובירט ארויפצוצווינגען לימודים אסורים אויף די הייליגע מוסדות התורה. אונטער דער נייער לעיבאר רעגירונג האט זיך דער מצב נאך
מער פארערגערט, זיי סטראשען שוין אפן צו פארמאכן מוסדות וועלכע ווילן זיך נישט בייגן צו זייערע פאדערונגען.
די עסקנים פון “חינוך יו־קעי” האבן שטארק ארויסגעברענגט די לעגאלע עוולות און דעם אומדערהערטן דרוק וואס ווערט געלייגט אויפ'ן חרדישן חינוך. זיי האבן ארויסגעברענגט די קלארע לעגאלע "עדווייס" אז די גאנצע וועג וויאזוי די רעגירונג טייטשט אויס דעם געזעץ
איז פשוט נישט ריכטיג. לויט'ן אמת'ן געזעץ דארפן די מוסדות התורה בכלל נישט לערנען די אלע לימודים אסורים; ס'איז בלויז א פארקרומטע אויסטייטשונג וואס דער "דעפארטמענט אוו עדיוקעישאן" און אפסטעד פרובירט מיט געוואלד ארויפצואווארפן אויף די מוסדות.
איינער פון די רעגירונג מיניסטארן וואס זענען דארט געווען האט זיך אנגערופן, אז ס'וואלט געווען א שרעקליכע זאך אויב דער איינציגסטער וועג פאר ערליכע אידן צו קענען בלייבן וואוינען אין ענגלאנד וועט זיין דורך שיקן די קינדער קיין בעלגיע כדי זיי צו קענען
מחנך זיין על טהרת הקודש. אזוי אויך האט דער פארלאמענט מיטגליד קריסטיאן וועיקפארד שטארק ארויסגעברענגט זיין שטיצע פאר די ישיבות און היימישע מוסדות, זאגנדיג אז אידן מוזן קענען ווייטער וואוינען רואיג אין ענגלאנד און מחנך זיין די קינדער על טהרת הקודש
אן קיין שום שטערונגען אדער גזירות מצד די רעגירונג.
די אסיפה איז פארגעקומען אין א באזונדערע פאליטישע צייט, ווען דער יעצטיגער פריים מיניסטער פון ענגלאנד, קיר סטארמער גרייט זיך איבערצוגעבן די לייצעס פון די רעגירונג פאר ענדי בערנהעם, דער לאנג-יעריגער מעיאר פון גרעיטער מאנטשעסטער, וועלכער איז גוט באקאנט
ביים היימישן ציבור דארט. צווישן די באטייליגטע איז געווען קריסטיאן וועיקפארד, וועלכער איז באקאנט אלס א שטארקער שטיצער פאר די היימישע מוסדות און ישיבות. עס גייען ארום שמועות אז ער קען מעגליך באקומען א הויפט אמט אינעם דעפארטמענט אוו עדיוקעישאן אונטער
די קומענדיגע רעגירונג, אבער דערווייל איז דאס נאכנישט אפיציעל באשטעטיגט געווארן.
די פארלאמענט מיטגלידער האבן אויסגעדריגט א שטארקע שטיצע פאר חינוך על טהרת הקודש, און האבן צוגעזאגט צו לייגן דרוק אויפ'ן דעפארטמענט אוו עדיוקעישאן, כדי מ'זאל נישט פארמאכן די היימישע מוסדות אין ענגלאנד. צווישן די באטייליגטע זענען געווען דער טרעזשורי
מיניסטער, דער יוסטיץ מיניסטער, דער דעפיוטי פריים מיניסטער, דער רעגירונג-וויפ, און נאך אנדערע פארלאמענט מיטגלידער מיט א שטארקע השפעה אין די רעגירונג. עס בלייבט נאר איבער צו האפן אז די שטארקע דיבורים וועלן טאקע נאכגעפאלגט ווערן מיט ממשות'דיגע שריט
להצלת החינוך.
Toyota Avensis Verso-7 seater for sale, 116,000 miles, 05 plate, manual, price £975 Call 07443032376
ספר אור השם תיקוני ארי ז"ל איז דא צו באקומען אין מסורה ספרים געשפעט אדער אין אימייל
[email protected]
For sale Toyota estima 2007 excelent condition price £3750 Tel / text 07387 019 696
KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Burgundy Royal - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591
:FOR SALE - Antill Road Area 2 Bedroom flat
ground floor, separate kitchen / diner, Long lease
£320,000, please call 07930 460114 and leave a message.
TO LET
Manchester Holiday let: 2 bed sleep 4+ cot in water park rd. for good price call 07909-263-383
4 bedroom apartment to rent in Osbaldeston available now for a few months only (clear exit plans required) - 07504648790
Stunning 2 bedroom sleeps 4-6 in Galtür Austria for 8 nights 02/08 -10/08 £2,300 call 07460-425-142
2 houses to let in Bournemouth.
opposite the Shul ( minyen 3× a day ), fully AC, nice garden & patio, sleeps 16 + 3 combined,
please call/ text 07311808429 email [email protected]
Desks in shared Office Available in cazenove area call or text 07901939961
Newly constructed 3-bedroom apartment available immediately for a short-term let.
Kingswear: Looking for a worker afternoon hours to start immediately
Please email [email protected] Or text to 07359586107
ווערט געזוכט: א מלמד צו ארבעטן פארמיטאג אין כתה א' אנהייבן חודש אלול הבעל"ט. ביטע לאזט א הודעה אויף (שלוחה 1) 02036331154 מיט איירע פרטים (איירע נאמען,טלפון נומבער און ערפארונג,)
פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.orgוַאֲנִי קִרְבַת אֱלֹקִים לִי טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון?
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימען בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ
זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו [email protected]
השבת אבידה
השבת אבידה:
I found a Noble hat on a bench in the park. Call 07342120456
found Mishnayes a few yrs ago in Holidays with family Hertzke in Wales it is a meiras einayim meniked Nushim Nezikin with bartenure & toisfes yom tov
07971 094956