זעלענסקי ספראוועט זיך מיט פראטעסטן

קיעוו – דער אוקראַינישער פּרעזידענט וולאַדימיר זעלענסקי טרעפט זיך מיט אַן ערנסטע כוואַליע פון פּראָטעסטן אין קיעוו, ווען טויזנטער זענען אַרויסגעקומען פארשרייען דאָס וואָס זעלענסקי האָט באַזייטיגט פאַרטיידיקונגס מיניסטער מיכאאילא פעדאראוו. זעלענסקי האָט זיך נעכטן געטראָפן מיט הויכראַנגיקע מיליטערישע קאָמאַנדירן אויסצואַרבעטן ווייטערדיגע סטראַטעגיעס פאַר דער מלחמה, און ער האָט אַפּעלירט פאַר נאַציאָנאַלע אחדות, ערווענענדיג אַז ס'איז די שטאַרקסטע וואָפן קעגן פּוטין.
 
 
 
פרישע אמעריקאנער קרבן אין מיטל מזרח

מיטל-מזרח – די מלחמה אינעם מיטל-מזרח האָט אָפּגעקאָסט נאָך אַן אַמעריקאַנער מיליטערישער קרבן, ווען איין אַמעריקאַנער זעלנער איז אומגעקומען אין צפון איראַק אינמיטן א קאָנטראָלירטע אויפרייס אויף אַן אַראָפּגעשאָסענע איראַנער מיסיל, און נאָך א זעלנער האָט געליטן מילדע וואונדן. באַזונדער האָט די אַמעריקאַנער צענטראַל קאָמאַנד באַריכטעט אַז די אומאידענטיפיצירטע קערפּער איבערבלייבענישן פון א זעלנער איז געטראָפן געוואָרן אין ירדן אינעם באַזע וואו 2 זעלנער זענען אומגעקומען שבת.
 
 
טאפלטע ערדציטערנישן באטראפן פערו

לימאַ – אַמווייניגסטנס זעקס זענען אומגעקומען און 21 אַנדערע זענען פאַרוואונדעט געוואָרן ווען צוויי ערדציטערנישן האָבן באַטראָפן פּערו. די ערדציטערנישן זענען געקומען איינס נאָכ'ן אַנדערן, ענליך צו וואָס מען האָט געזען אין ווענעזועלע עטליכע וואָכן צוריק, און די אויטאָריטעטן האָבן געזאָגט אַז נאָנט צו פופציג הייזער זענען טאָטאַל פאַרניכטעט און איינגעפאַלן, ווען נאָך צענדליגער הייזער האָבן געליטן שווערע ביז מילדע שאָדנס. די צאָל פאַרשוואונדענע איז נאָכנישט געווען קלאָר.
 
 
 
 
קאַטאַר אַרבעט צו באַפרייען איראַנער אידן אַרעסטירט דורך רעזשים

טעהראַן – אין די לעצטע שטיק צייט זענען עטליכע אידן אין איראַן אַרעסטירט געוואָרן נאָכדעם וואָס זיי האָבן געלאָזט הערן קריטיק קעגן די רעזשים איבער די מלחמה מיט אַמעריקע, און נעכטן איז באַריכטעט געוואָרן אַז קאַטאַר אַרבעט צו געווינען זייער באַפרייאונג.

לויט קוועלער האָט קאַטאַר צוגעברענגט דאָס וואָס די איראַנער האָבן פאַרגאַנגענע וואָך באַפרייט אַן אַמעריקאַנער פרוי פון איראַנער אַרעסט אויף שפּיאָנאַזש קלאַגעס, און אַצינד אַרבעטן זיי ווייטער צו זען אַז די רעזשים זאָל באַפרייען די אידן און אויך אַנדערע אַרעסטירט.

אַלעס אינאיינעם זענען דאָ פינף אידן אַרעסטירט דורך די רעזשים אויף פאַרשידענע קלאַגעס אַנבאַלאַנגט די אָנגייענדיגע קאָנפליקט, און קאַטאַר'ס אַרבעט קומט אינמיטן וואָס זיי פּרובירן אויך צוריקצוקערן איראַן און אַמעריקע צום דיפּלאָמאַטישן פאַרהאַנדלונגס טיש.
 
 
 
קראונהייטס געשעפט רעספעקטירט דעם שבת

קראָונהייטס – די נייע נישט-אידישע אייגענטימער פון א קלינערס געשעפט אויף קינגסטאָן עוועניו אין צענטער פונעם אידישן קראָונהייטס האָבן געמאָלדן אַז זייער ביזנעס וועט מער נישט זיין אָפן שבתים. דער געשעפט איז ביז יעצט געווען די איינציגסטע קינגסטאָן עוועניו צו אַפּערירן אום שבת, און עס האָט געטוישט אייגענטימער נאָך וואָס דער לאַנגיעריגער פירער האָט רעטייערט. דער נייער אייגענטומער זאָגט אַז ער וויל רעספּעקטירן דעם געגנט און די אידן, און וועט זיין אָפּגעשפּאַרט יעדן שבת.
 
 
 
אטאקע אויף אנטווערפן אידן פארלאפענעם שבת

בעלגיע – בעלגישע זעלנער האָבן אָפּגעשטעלט אַן 28 יעריגער פּאַרשוין וועלכער איז געווען באַוואָפנט מיט א האַמער, נאָך וואָס ער האָט געסטראַשעט און איז איבערגעפאַלן חרדי'שע אידן אין אַנטווערפּן פאַרלאָפענעם פרייטאָג צונאַכטס. דער פּאַרשוין האָט אַראָפּגעוואָרפן דעם הוט פון איין איד, געשטופּט געשטויסן אַנדערע אידן, און געשאַפן כאַאָס און פּאַניק בעפאָר די זעלנער האָבן אים אראפגעהאלטן. פּאָליציי אָפיצירן האָבן אים שפּעטער אַרעסטירט און געזאָגט ער איז א באַקאַנטער פאַרברעכער.
 
 
 
 
 
 
 
 

פינאט באטער פלאר

האלאנד – א האלאנדישע מוזעאום האט באערט א לאקאלן פארשטארבענעם ארטיסט דורכ'ן אהערשטעלן א נאכגעמאכטע ווערסיע פון זיין באקאנטע "פינאט באטער פלאר" ארטיסטישע אינסטולאציע. די מוזעאום ארבעטער האבן אויסגעשפרייט די ניסל פוטער אויף דער פאדלאגע, נוצנדיג מער ווי 800 פונט פון די שמירעכץ, וואס לויט'ן חשבון איז עס גענוג צו מאכן פופצן טויזנט סענדוויטשעס. א גרויסע שילד פון אלערגיע-ווארענונגען איז ארויסגעשטעלט געווארן אינדרויסן פונעם מוזעאום.
 
 
 
 
 
 
 
האט איר בילדער פון מעמדים וואס זענען פארגעקומען ביי אונז אין ענגלאנד?
  שיקט אונז אריין און מיר וועלן עס מפרסם זיין דא פאר בחינם  
[email protected]
T&C Apply 
 
 
 
 
 
image
Midweek Advertiser
דריקט דא
 
image
1# Linkit Advertiser
דריקט דא
 
image
The simchah view
דריקט דא
 
image
North Manchester Circular
דריקט דא
 
image
The weekly view
דריקט דא
 
image
2# Linkit Advertiser 
דריקט דא
 
image
The NW London Local news
דריקט דא
 
image
Manchester Jewish Advertiser
דריקט דא
 
image
News Update
דריקט דא
 
image
שבת בשבתו
דריקט דא
 
image
Gateshead Kehilla Advertiser
דריקט דא
 
image
Koopjes plus Antwerp
דריקט דא
 
 
 
!פאר בלויז £15 וועט אייער קלאספייד ערשיינען דא פאר א גאנצע וואך
 
FOR SALE 
 
Toyota Avensis Verso-7 seater for sale, 116,000 miles, 05 plate, manual, price £975 Call 07443032376

ספר אור השם תיקוני ארי ז"ל איז דא צו באקומען אין מסורה ספרים געשפעט אדער אין אימייל
[email protected]

For sale Toyota estima 2007 excelent condition price £3750 Tel / text 07387 019 696

KEDEM: Concord Grape Natural Sweet - Burgundy Royal - 1.5L - Box of 6 £89 - 07814375591

:FOR SALE - Antill Road Area 2 Bedroom flat
ground floor,  separate kitchen / diner, Long lease
£320,000, please call 07930 460114 and leave a message.
 
TO LET
 
Manchester Holiday let: 2 bed sleep 4+ cot in water park rd. for good price call 07909-263-383

4 bedroom apartment to rent in Osbaldeston available now for a few months only (clear exit plans required) - 07504648790

Stunning 2 bedroom sleeps 4-6 in Galtür Austria for 8 nights 02/08 -10/08 £2,300 call 07460-425-142

2 houses to let in Bournemouth.
opposite the Shul ( minyen 3× a day ), fully AC, nice garden & patio, sleeps 16 + 3 combined,
please call/ text 07311808429 email [email protected]

Desks in shared Office Available in cazenove area call or text 07901939961

Newly constructed 3-bedroom apartment available immediately for a short-term let.
Dunsmore Road (Prime Location)
Features: Brand-new build, private balcony, 2 WCs.
Terms: DSS welcome. Discounted rate available for non-DSS tenancies.
Inquiries & Viewings:
📞 Tel/SMS: 07721-702-730 | 📧 Email: [email protected]

Holiday House Matchmakers
Looking for a cheap, affordable holiday? We have everything to suit your price and budget. Please call: 07471912234
 
JOB WANTED - JOB OPPORTUNITY
 
א היימישע מוסד זוכט א ווען דרייווער - גרינגע וועגען - גאר גוט באצאלט רופט 07974-936-390
Kingswear: Looking for a worker afternoon hours to start immediately
Please email [email protected]
Or text to 07359586107 
ווערט געזוכט: א מלמד צו ארבעטן פארמיטאג אין כתה א' אנהייבן חודש אלול הבעל"ט. ביטע לאזט א הודעה אויף (שלוחה 1) 02036331154 מיט איירע פרטים (איירע נאמען,טלפון נומבער און ערפארונג,)
א היימישע מוסד דא אין שטאט זוכט א Secretary פאר א גאנצע טאג (8 שעה),
דער פאסיגע קאנדידאט דארף קענען רעדן און דריקן יודיש און ענגליש. ער דארף האבען Basic computer skills.
ער דארף קענען האנדלען מיט מלמדים, קינדער און עלטערן.
פאר אינטערסירטע, ביטע רופט 07345840293
 
LOOKING
 
געזוכט צו דינגען א 4 צימערדיגע הויז פאר א 1 אדער צווי מיט א EXIT PLAN - No DSS
0784-686-5987
געזוכט א וואן דרייווער פאר א חיידר: גוט באצאלונג, א באקוועמע וואן גרינגע וועגן ,07824668771
 
MISC
 
פרייליכע נייעס!
פרישע רייכע Music streaming collections פאר אפיסעס \ געשעפטן
אלע סעזאנען - גרינג צו ניצן - געשמאק צו הערן
stream.oitzerhanigunim.org
וַאֲנִי קִרְבַת אֱלֹקִים לִי טוֹב
ווילט איר זוכה זיין צי שטארקע אמונה אין ביטחון?
לערנט 'א שיעור א וואך' מיט די שיעורים אויף חובת הלבבות פון המג"ש הרה"ג ר' שמעון שפיצער שליט"א.
צו באקימען בחינם א USB מיט שיעורים (1-200), שיקט א טקסט מיט אייער אדרעס צו 07967740567.
וְהַבּוֹטֵחַ בַּה' חֶסֶד, יְסוֹבְבֶנּוּ

 זאפטיגע אויסצוגן פון מגידים און ליניעס
צו באקומען א פריוויו פון די וועכנטליכע אויסגאבע שיקט א פארלאנג צו
[email protected]
 
השבת אבידה
 
השבת אבידה:
I found a Noble hat on a bench in the park. Call 07342120456
found Mishnayes a few yrs ago in Holidays with family Hertzke in Wales it is a meiras einayim meniked Nushim Nezikin with bartenure & toisfes yom tov
07971 094956
 
TO GIVE AWAY
 
שיקט אריין ביי אימעיל אייער השבת אבידה אדער To give away,
און מיר וועלן עס אי"ה מפרסם זיין דא פאר בחינם. 
 
 
Receive our daily luach via WhatsApp
 
 
 
 
 
 
 
 
 

 

נשלח באמצעות smoove דיוור אלקטרוני